דער נייער קאלאסוס
Translated into
Yiddish
by
Rose Waldman
נישט ווי דער שטאלצער גריכישער ריז מיט
אייננעמנדיגע פיס פון לאנד צו לאנד
דא ביי אונזער ים'יג טויער זאל שטיין
א מעכטיגע פרוי מיט א לאמפ, איר פלאם
איז א געפאנגענע בליץ, איר נאמען
"מאמע פון פליטים". פון איר ליכטיג האנט
שיינט א וועלט'ס ברוך הבא, איר מילדע
אויגן איבער די בריק פון צווילינג שטעט.
"האלט אייך, אלטע לענדער, אייער פאמפע!"
שרייט זי, שטים. "גיב מיר אייער מידע, די
ארעמע, וואס לעכצן צו אטעם'ן פריי
די מיסט פון אייער רוישענדיגע ברעג.
שיקט זיי, די איינזאם היימלאזע, צו מיר
איך הייב מיין לאמפ ביי די גאלדענע טיר!"